|
|
|
איך ווייס, אַז דו ביסט איך,
אָ דו ווילדסטער פֿון ערגעצן, ערגעץ אָן גרענעצן !
אין מיר, אין מיר
זוניקט דער אָנהויב פֿון דייַן אומענדלעכקייט.
מאַטראָסן לייַגן :
זיי זאָגן, אַז דו האָסט אַ צווייטן ברעג ;
ס‘פֿאַרפֿירן שיפֿן :
דייַן ווייַטקייט האָט נאָך קיין מאָל נישט געשלאָגן
דעם קאָפּ אָן אַ יבשה.
ווי קענסטו ענדלעך זייַן,
ווען איך און מייַנע וועלטן זענען
אומענדלעכקייטן טויזנט,
ווען איך און מייַנע וועלטן זענען דו ?
זינג מיר די לידער פֿון מייַן פֿאַרצייַטנס,
טיפֿע לידער פֿון מייַן ווייַטסטן אָנהויב,
דו בלוי פֿונאַנדערגעגאָסן האַרץ,
דו ריזיקער אָטעם,
דו טאָפּלטע אַנטפּלעקונג פֿון מייַן איך :
אומענדלעכקייט און אָנהויב.
|
|