Anthology of Yiddish Poetry
of Poland between the two
World Wars (1918 - 1939)

אַנטאָלאָגיע פון דער ײִדישער פּאָעזיע
אין פּוילן צווישן ביידע וועלט מלחמות
(1918 - 1939)

 
 
  Home  |  Index of Poets  |  About  |  Translators  |  Acknowledgments  |  Links  |  Contact Us  
 
 
  Home > Index > Aaron Zeitlin > A Yidishe Romans    

  Click for translation: English    

     
ײִדישער ראָמאַנס

אוי, דאָרטן שטייט אַ יתום–בוים,
אויף קני, אַז וויי אים, שטייט ער —
געווען אַ מאָל אַ מייַ בייַ אים,
נישטאָ שוין מער קיין צווייטער !

אַ דונער האָט געטראָפֿן אים,
געמאַכט פֿון אים אַ הויקער,
זייַט דעמאָלט שטייט ער נעבעכדיק
און פֿינצטער, מעשׂה–חוקר…

רחמנות האָבן פֿייגעלעך
און ווילן דאָרט נישט גאַסטן :
ער קען נאָך פּלוצלינג אייַנפֿאַלן —
וואָס דאַרף מען אים באַלאַסטן ?

אוי, עלנט שטייט דער יתום–בוים
און אייביק טוט ער קניען, —
און דיך זאָל גאָט דערבאַרעמען,
אין נחת זאָלסטו בליען !

אַ פֿרישע זייַ, אַ שלאַנקע זייַ,
און שאָטן גיב דעם מידן ;
ווען ס‘איז בייַ אים דער קאָפּ צעהיצט —
באַשיץ אים מיט דייַן פֿרידן.

און וואַקס אַזוי, און בלי אַזוי
צו הימל און צו לייַטן,
ס‘זאָל זייַן אַ קוויקונג אָנצוזען
דייַן קעפּל פֿון דער ווייַטן !

נישט שרעק זיך פֿאַר קיין שטורעמווינט,
נישט בויג זיך פֿאַר קיין רעגן, —
און איך, דער מידער יתום–בוים,
וועל קניען דיר אַנטקעגן…
 
 


 
Site Design by Twam
 
YiddishPoetry.org