Anthology of Yiddish Poetry
of Poland between the two
World Wars (1918 - 1939)

אַנטאָלאָגיע פון דער ײִדישער פּאָעזיע
אין פּוילן צווישן ביידע וועלט מלחמות
(1918 - 1939)

 
 
  Home  |  Index of Poets  |  About  |  Translators  |  Acknowledgments  |  Links  |  Contact Us  
 
 
  Home > Index > Aaron Zeitlin > Orproy    

     
 

     
אורפֿרוי

פֿאַר נאַכט, פֿאַר נאַכט, ווען ס‘מישן זיך
אין מערבֿ גאָלד מיט אַש,
און שׂרפֿים ריידן צווישן זיך
און ס‘טרויערט אַ בר–נש ;

ווען זאַכן ווערן ווינקלדיק,
פֿאַרלירן דעם קאָליר,
און שטערן קומען פֿינקלדיק,
ווי שומרים פֿאַר גאָטס טיר ;

ווען ס‘וועבט זיך דאָס געפּילדער אויס
פֿון ברוק און טראָטואַר,
און ס‘מאָלט אין שאָטן בילדער אויס
אַ קדמונדיקער שׂר ; —

שטיל גיסטו דאַן אַ שווים צו מיר
און נאָענט ווערט די ווייַט.
אַ רגע שאָרכט דייַן שטים צו מיר —
זי שאָרכט צו מיר ווי זייַד.

דייַן גאַנץ געשטאַלט באַנעם איך נישט,
איך פֿיל נאָר, אַז דו ביסט ;
וווּ ליגט דייַן גאָרטן ווייס איך נישט —
איך ווייס נאָר, אַז דו בליסט.

אַ בילד, מיט גינגאָלד דורכגעשטראַלט,
דערלאַנגט זיך אַן אַנטבלויז :
איך זיץ — אין פֿאַר–געבורט–געשטאַלט —
אין זומער פֿון דייַן שויס.

כ‘הער פֿייגל אַלטע ריידנדיק
לשונות אַלערהאַנט.
עס צערטלט מיך גן–עדנדיק
דייַן שטראַלנדיקע האַנט.

די בלאַנקע ברוסטן זונען מיר,
זיי זונען — און איך זויג — — —
אַ קוק — דו ווערסט צערונען מיר
און נאַכט איז אין מייַן אויג.
 
 


 
Site Design by Twam
 
YiddishPoetry.org