|
|
|
העט, איבער שטומע טייַכן,
שווימען טראַטוועס בייַ נאַכט.
צו פֿייַערן וויל איך דיך גלייַכן
אויף טייַכן טיף אין דער נאַכט.
מייַן חלום פֿון גאולה,
און מייַן פֿרייד, און מייַן טיפֿסטן וויי
לייג איך פֿאַר דייַנע פֿולע
שוואַנענהעלדזער די צוויי :
דייַנע פֿיס די אַנטבלויזטע.
משיח, דער מענטש, וועט קומען
דורך נאַכט, דורך ווייַב און טראַכט…
אָ, פֿייַער אויף טייַכן שטומע,
געזאַנג אויף טראַטוועס בייַ נאַכט ! |
|