Anthology of Yiddish Poetry
of Poland between the two
World Wars (1918 - 1939)

אַנטאָלאָגיע פון דער ײִדישער פּאָעזיע
אין פּוילן צווישן ביידע וועלט מלחמות
(1918 - 1939)

 
 
  Home  |  Index of Poets  |  About  |  Translators  |  Acknowledgments  |  Links  |  Contact Us  
 
 
  Home > Index > Aaron Zeitlin > Brindizi 1921    

  Click for translation: English    

     
ברינדיזי 1921

אין בייַדל מיט די שטראַלנדיקע אַפּעלסינען
שטראַלט אַ לעבעדיקער אַפּעלסין.
קאַראַ מיאַ,
כ‘בין דער פֿינצטערסטער פֿון אָדמס זין.
אין די אַפּעלסינען און אין דיר
איז אַזוי פֿיל זון פֿאַראַן, אַז איך פֿאַרליר
אַ ביסל פֿינצטערניש פֿון בלויזן קוקן.
וועסט נאָך מייַן גאַנצע פֿינצטערניש פֿאַרצוקן.

אַז איך באַצאָל דיר — מאַכסטו אַזאַ זשעסט,
ווי דו וואָלטסט דעם גאַנצן ים
געגעבן מיר אַ רעשט.
אַ בשׂר–ודם —
אין וועלכן בייַטל זאָל ער עס, אַ שטייגער,
אַרייַנלייגן אַ ים ?

בייַם ליכט פֿון דייַנע זונען, דייַנע אַפּעלסינען,
וועט מיר אפֿשר קלאָר ווערן דער זין פֿון אַלע זינען.
ווער קאָן וויסן ? אפֿשר איז זי,
די אַנטפּלעקונג, צו געפֿינען
אויף דעם אינדזל, וואָס מע רופֿט ברינדיזי,
צווישן ים און אַפּעלסינען ?
אפֿשר איז דער אמת אַזוי פּשוט ווי דער שטיף
פֿון דעם פֿויגל אין דער בלויקייט אַרום מיר ?

נאָר גיי, דערגיי, אַז כ‘מוז צוריקגיין אויף דער שיף.
כ‘בין דאָך נאָר אַ פּאַסאַזשיר,
וואָס איז אַרויס אויף אַ שפּאַציר.
אויף אַ שטיקל
צייַט האָט מען אַראָפּגעלאָזט אַ בריקל.
וואַרט די שיף און ס‘רופֿט די בריק
צוריק.
 
 


 
Site Design by Twam
 
YiddishPoetry.org