Yiddish Poetry
     
 
 
Home > Post War Poetry > Henri (Chaim) Keniger

Henri (Chaim) Keniger | חיים קעניגער

 

Back to List of Poems


 

 

אין די פֿאַלדן פֿון װינט

 אַלץ װאָס װעקט דײַן ליבע
 איז שײן און איז פֿאַרבײַ
 ,קײטן בערג, די בלױקײט פֿון הימל, דער ים
,די אַרכיטעקטור פֿון גרױסע שטעט
,מענטשנס קאָלירטע מלבושים
 -פֿרױענס געטאָקטע קנעכל
.אַלץ איז שײן און פֿאַרבײַ
,בײַ נאַכט שימערן שטערן איבער בריקן
 ,באַלױכטן די טײַכן, געפֿאַנגענע אין שטראָם
קוקן װי שטערן לעשן זיך
.אין די פֿאַלדן פֿון װינט

.1976 ,מעלבורן


 

 
Home      About       Acknowledgments      Translators      Links      Contact
 Web Design by Twam Design Melbourne