אַלץ װאָס כ'האָב דיר געגעבן
:איך קאָן צוריק נישט באַקומען
מיט דעם האָט געאָטעמט מײַן לעבן
.און מײַן געדאַנק מיט אומרו פֿאַרנומען
,מײַן טרױם, שאָטנדיק פֿאַרשטעלט
האָט זיך אַנטפּלעקט אין יאָרן
.און געװאָרן מײַן אינערלעכע װעלט
זײַן פּנים איז געבליבן אין זכּרון
.אין װאַנדערן אױף מײַנע װעגן
איך האָב פֿון נאַכט אים אױסגעשײלט
און געבליבן צו אים איבערגעגעבן
אין ליכטער-געבײט
.װוּ של-מעלהדיק ער אײלט