Yiddish Poetry
     
 
 
Home > Post War Poetry > Henri (Chaim) Keniger

Henri (Chaim) Keniger | חיים קעניגער

 

Back to List of Poems


 

 

אין ריטעם פֿון לעבנס-שפּיל

דאָס לעבן מיטן טױט
האָבן געשפּילט
.מיט מײַן הױט
.װער ס'געװינט, פֿאַרשפּילט

נעכטן װי הײַנט -
װי אַ ציגײנער אין שפּיל
,די קאָרט פֿאַרבײַט
.אין ריטעם פֿון געפֿיל

,איך שפּיל מיטן געדאַנק
.שטעל אַלץ אין קאָן
:מײַן הױט פֿאַרלאַנגט
.פֿון נעכטן מאָן

,אַלץ װאָס דיר קומט
און גענומען פֿון דיר
ליגט פֿאַרשטומט
 .אין װײַטקײַט, אין דיר


 

 
Home      About       Acknowledgments      Translators      Links      Contact
 Web Design by Twam Design Melbourne