:די ירושה װעלן באַקומען מײַנע קינדער
,דער קאַיאָר אָן פֿאַרבן
,דאָס געזאַנג אױסגעזונגען אַצינדער
.װאָס מײַן שאָטן, װאָס די דרױסנדיקע װעלט װיל אַרבן
,די פֿלאַמען װאָס קלעטערן אױף די װענט
,די לײדיקע װאַגאָנען אין װאָגל-פּענטעניש
,די אונטערגעהאַקטע בײמער נישט דערקענט
די טונקעלע װינקלעך פֿון דער נאָרע-באַהעלטעניש
,אין װאַלדבונקער אײַנגעפֿירט
,אין פֿראָסטיקע נעכט אין פֿיבער, אױף װענט גראַװירט
.די חלומות פֿון גליק מיט פֿלאַמען באַצירט
איך שענק זײ די שינעס פֿון אײַזנבאַן-װעג
,און דעם זשאַװער פֿון די יאָרן אין פֿראָסט
,די באַן אָן פּאַסאַזשירן אױף אַ זײַטװעג
,דעם באַנהױף אין שטױב פֿאַרלאָזט
.צעפֿאַלן אין לאַבירינט פֿון װעג
:איך װאַרף הױך דעם תּענוג צום הימל
,די שטאָט צעשפּליטערט אין שײַן
;װוּ אַלץ װאָס דערהױבן ליגט אין שימל
.אױך מײַן ליבשאַפֿט דאָרט אין געװײן