Yiddish Poetry
     
 
 
Home > Post War Poetry > Henri (Chaim) Keniger

Henri (Chaim) Keniger | חיים קעניגער

 

Back to List of Poems


 

 

די פֿאַרכּישופֿטע שײַן

בײַ מיר ביסטו שײן -
די שענסטע אין זײַן
.אױף דער װעלט אין גײן

יעדער דערזעט דײַן חן
;װי אַ זונעלע גאָר פֿײַן
פֿון די שענסטע אין גײן
.האָסט פֿאַרכּישופֿט די שײַן

די זון ציטערט אין שײַן
.און די װעלט איז דײַן
װי װױל געפֿעלסט אין זײַן
!װען מע זעט דיך אין גײן

,דו נאַרסט די צײַט אַרײַן
:זי זאָל בלײַבן שטײן
נישט שטשירען די צײן
.װען שפּיגלסט זיך אַלײן

דאָס לעבן װעט פֿרײלעך זײַן
מיט דיר זײַן װעג װעט גײן
,אין זומערטעג, אין שײַן
.און פֿאַרנאַרן די פּײַן


 

 
Home      About       Acknowledgments      Translators      Links      Contact
 Web Design by Twam Design Melbourne