Yiddish Poetry
     
 
 
Home > Post War Poetry > Henri (Chaim) Keniger

Henri (Chaim) Keniger | חיים קעניגער

 

Back to List of Poems


 

 

מען רופֿט

.פֿאַרבײַ מײַנע טירן שלאָגן זיך דורך שטראַלן
זײ שטײען, די טירן, צעעפֿנט און ברײט
אױפֿצונעמען אין מײַנע װײַסע זאַלן
.די אײנזאַמקײַט פֿון גאַסן, װאָס קומט און גײט

מײַנע טירן שטײען אָפֿן און ברײט
.אָפּצוּװאַרטן דאָס צוגעזאָגטע װאָרט
אָט הילכט עס אינעם װידערקול פֿון װײַט
.אױפֿצולעבן אין זכּרון דעם פֿאַרשװוּנדענעם דאָרט

,ליאַרעמען די קולות איבער ברעגן און טײַכן
.און ס'קלינגען די גלאָקן צו תּפֿילהדיקער שעה

...........................................................................

.נאָר קײנער איז נאָך דערװײַל נישטאָ


 

 
Home      About       Acknowledgments      Translators      Links      Contact
 Web Design by Twam Design Melbourne