Yiddish Poetry
     
 
 
Home > Post War Poetry > Henri (Chaim) Keniger

Henri (Chaim) Keniger | חיים קעניגער

 

Back to List of Poems


 

 

די פֿרײד

 די פֿרײד איז געניט און אַלט
:און װײס אַלע זײַטיקע װעגן
זי קומט, און איר געשטאַלט
.איז װי די זון נאָכן רעגן

און היטן דאַרפֿסטו זי אין דײַן גבֿול
,מיט אָפֿענע אױגן שײַנענדיק
װוּ זי אַנטפּלעקט זיך פֿול
.װי דאָס ליכט פֿון רעגן-בױגן

,ס'האָט זײדענע פֿליגל די פֿרײד
;איר פֿלי איז פֿײַל פֿון בױגן
זי קומט, גיט אַ בליץ און פֿאַרגײט
.פֿאַר דײַנע אױסגעבענקטע אױגן

װעבט אַרײַן אין דײַן חלום
,האָפֿענונג און דאָס ליכט פֿון באַגינען
,און װידער מיט גליק שטראַלט דײַן פּנים
.מיטן בלענד פֿון שטערן און זונען


 

 
Home      About       Acknowledgments      Translators      Links      Contact
 Web Design by Twam Design Melbourne