וווּ איז דאָס שיסעלע מיט מילך?
די קאַץ בלאָנדזשעט פֿון דאַך צו דאַך,
די שוואַרצע קאַץ.
איר האַלדז איז ווײַס,
און ס´איז פֿאַרנאַכט.
דער הימל ווערט טונקל.
די ערד איז שוין שוואַרץ.
דער בוים,
דער קראָ,
דער קרוג.
און מײַן פּנים?
כ´האָב עס אַרײַנגענומען אין די הענט.
וווּ איז דאָס שיסעלע מיט מילך?