אַ צלם, אַ נאַקעטער אין מיטן פֿעלד, האָט אַ שיקסע דאָס פּנים מיט די הענט פֿאַרשטעלט, דעם שטערן אַראָפּגעבויגן, און אירע צעפּ צוויי, די בלאָנדע, אויפֿגעפֿלאָכטענע, שטאַרבן ווי טויבן צוויי, געשאָכטענע דורך סטאַכס צוויי רויטע הענט.