איז וואָס, אַז מען שרײַבט אָן אַ ליד?
איינער זאָגט, ס´איז שיין,
איינער – ס´איז מיאוס.
איינער גענעצט,
איינער הוסט:
די זון ווייסט גאָרנישט
פֿון דעם שיינעם ליד.
און נישט די קאַץ
און נישט די מויז.
און דאָס הויז איז ווײַטער פֿון שטיין,
דער טיש – פֿון האָלץ.
אָבער דאָס וואַסער,
וואָס איך טרינק אין גלאָז,
איז דעמאָלט זיס
און גרין ווי גראָז.
איך הויב עס הויך –
העכער פֿון מײַן קאָפּ
און לאָז זיך אויף די קני
דרײַ מאָל אַראָפּ.
און קוש דעם טיש
און קוש דאָס הויז!
און זוך אין אַלע ווינקעלעך
די קליינע מויז.