אין אָקטאָבער רעדן מענטשן שטילער און געפּרעסט. שווערער ווערט דאָס וואַסער, ברייטער ווערט די קרוג. עס טרינקט זײַן שאָטן אויס דער אַלטער בוים. דער ברונעם שלעפּט אין דער טיפֿעניש אַראָפּ, מיך און דיך צייטיקער טרוים