רחל אויערבאַך געווידמעט
וויפֿל פֿרויען האָבן שוין דערזען די ערשטע גרויע האָר
אין די קאַלטע אויגן פֿון דעם שפּיגל?
עס ענדיקט זיך דער חלום,
מיר טרעטן אַרײַן אין דער וואָר.
און אפֿשר פֿאַרקערט?
די וועלט ווערט קלאָר און ווײַס:
דאָס וואַסער ווערט געפֿרוירן
אַ בלוי שטיק אײַז
ווערט אונדזער שיף.
מיר ציִען אויס די הענט צו רויטע האָריזאָנטן –
און אַזוי ווי אונדזערע שוועסטערן
אין דער טיפֿעניש פֿון ים,
די מעדוזן,
לויכטן און באַלויכטן זיך אַליין דעם וועג –
אַזוי וועלן מיר שוין דאָ אויף דער אויבערפֿלאַך,
דורך נעכט, דורך טעג
לויכטן און באַלויכטן זיך דעם וועג.