איך זוך אַן עצה, ווי אַ מענטש, וואָס איז מסוכּן קראַנק.
איך וויל אַנטלויפן פאַר דעם אונטערגאַנג.
איך זוך אַ קרובהשאַפט בײ גראָזן און בײ שנײ.
אפשר וועל איך אויפגײן גאָר אין זײ.
נאָר ס'העלפט מיר גאָרנישט. כ'שרײ. און ס'טוט מיר ווײ.
כ'פאַל צו צו דר'ערד מיט בענקשאַפט און מיט פרײד.
איך זוך אין איר צו מיר אַן ענלעכקײט.
נאָר זי איז גרויס און שמעקט מיט אײביקײט.
איך טאַפּ די ווענט, איך טאַפּ דעם טיש, די באַנק,
עס העלפט מיר גאָרנישט. כ'בין מסוכּן קראַנק.
עס לויערט אין די נעכט אויף מיר דער אונטערגאַנג.
איך שעם זיך אויסצוזאָגן. כ'בין פאַר בושה רויט,
אַז כ'שרײב דאָס ליד, ווײל כ'האָב באמת מורא פאַרן טויט.