YiddishPoetry.org

Anthology of Yiddish Poetry
of Poland between the two
World Wars (1918 - 1939)

אַנטאָלאָגיע פון דער ײִדישער פּאָעזיע
אין פּוילן צווישן ביידע וועלט מלחמות
(1918 - 1939)

 
 
  Home  |  Index of Poets  |  About  |  Translators  |  Acknowledgments  |  Links  |  Contact Us  
 
 
  Home > Moyshe Shimel > oyf a hiltserner bank    

  Click for translation: English  French  
 

     

המן און דער שניי

 

די מאַמע האָט די סעודה געגרייט.

דער אָוונט איז געווען, ווי אין לידער, בלוי

און מילד אַזוי

און צאַרט אַזוי  — — —

ווי נאָענט איז דאַן געווען די קינדערשע דערפֿאַרונג!

פֿון ווײַטן האָט געקלונגען צאַרט דער פֿרילינג.

עס האָט מיט אים געשמעקט שוין אונדזער גאַס,

כאָטש פֿון דאַך האָט נאָך גערונען שניי  — —

די לבֿנה איז געלעגן אין פֿאַס,

ווי אַ גאָלדן אײ.

שא!

די מאַמע גייט  אַרום מיט שטילע טריט

פֿון ווינקל צו ווינקל.

די מעשענע לײַכטער האָבן זיך פֿריילעך צעפֿינקלט,

ווי דאָס פּנים פֿון דעם אַלטן שוסטער שיע,

וואָס איז פֿאַרבײַגעגאַנגען אונדזער פֿענצטער,

דעמאָלט איז המן געהאָנגען אויף  תּליה,

ער איז געווען אויף אַן אמת טויט,

ווי  די  דאַרע  שּפּענער,

וואָס האָבן זיך געוואַלגערט  לעבן פּלויט.

דעמאָלט

עס האָט די גאַנצע שטוב אין ליכטיקייט געדרימלט,

עס האָט געשמעקט די שטוב מיט מאָן און ברויט

און המן איז געווען אויף אַן אמת טויט.

הײַנט לויערט ער אונטער די פֿענצטער פֿון אַלע ייִדישע שטובן,

ווי אַזוי זאָל מען אים פֿאַרטרײַבן?

ער וויל נישט ווערן פֿאַרטריבן.

ער וויל בלײַבן.

איז נעם איך דעם גרעגער

און דריי, און דריי,

נאָר המן וויל נישט אַוועק,

ווי עס וויל נישט אַוועק דער שניי,

און די שרעק  

 

הײַנט, 17 מאַרץ 1938, ז.4

 

 


 
Site Design by Twam