YiddishPoetry.org

Anthology of Yiddish Poetry
of Poland between the two
World Wars (1918 - 1939)

אַנטאָלאָגיע פון דער ײִדישער פּאָעזיע
אין פּוילן צווישן ביידע וועלט מלחמות
(1918 - 1939)

 
 
  Home  |  Index of Poets  |  About  |  Translators  |  Acknowledgments  |  Links  |  Contact Us  
 
 
  Home > Moyshe Shimel > oyf a hiltserner bank    

  Click for translation: English  French  
 

     

גיט מיר אָפּ די סוכּה...

 

זאָגט ווּו זי איז, זאָגט נאָר וווּ און איך לויף;

גיט מיר אָּפ די סוּכה, וואָס איז געשטאַנען אין לעמבערג אויף באָימאָוו אין הויף.

 

פֿון ווײַסן, פֿרישן געהילץ האָט זי צוזאַמענגעשטעלט

דער פֿריילעכער פֿעטער משה, וואָס איז אַוועק אין דער ווײַטער וועלט

זוכן אַ פּאָסטן

)הײַנט איז ער אפֿשר אין ניו־יאָרק און אפֿשר גאָר אין באָסטאָן.(

דער זיידע פֿון טאָפּאָרעוו האָט אַכטונג געטון, אַז פֿריש זאָל זײַן דער סכך

און אַז די לבֿנה זאָל קאָנען אַרײַנשײַנען בײַ נאַכט.

הײַנט ליגט ער אונטער דער לבֿנה פֿיר איילן טיף,

און וואַרט שוין נישט מער אויף פֿעטער משהס אַמעריקאַנער בריוו.

 

מיט אַ ווײַסן טישטעך האָט די מאַמע געדעקט דעם לאַנגן טיש.

זי האָט די סוּכה אַרומגעקערט, אַרומגעוואַשן, אַרומגעווישט.

און איצט, אין דעם זעלבן אָוונט און אין דער זעלבער שעה,

איז די מאַמע נישטאָ און די סוכּה איז נישטאָ.

 

זאָגט, וווּ איז זי, זאָגט נאָר וווּ און איך לויף.

גיט מיר אָּפ די סוכּה, וואָס איז געשטאַנען אין לעמבערג אויף באָימאָוו אין הויף.

 

ווײַל פֿון דער סוּכה פֿלעגט מען בײַ נאַכט בײַם לבֿנה־שײַן

נאָך דער סועדה אַרײַנגיין צוריק אין שטוב אַרײַן

און אין שטוב איז געווען פֿעסט און אָן אַ שפּאַרע

זענען מיר געשלאָפֿן רוּיִק אַ נאַכט;

און אַז דער ווינט האָט אפֿילו אַראָפּגעריסן פֿון סוכּה דעם סכך,

האָט דער זיידע גאַנץ פֿרי פֿאַרראָכטן דעם דאַך.

 

אָבער איצט איז די סוּכה אומעטום: סיי אין שטוב, סײַ אין שטאָט, אויף דעד גאָרער וועלט.

  

שטייען מיר פֿאַר ווינטן נישט פֿאַרשטעלט

פֿאַר ווינטן און פֿאַר קלעּפ, פֿאַר רעגענס און פֿאַר פּײַן.

איך האָב מורא ס׳גאַנצע לעבן אין סוכּה צו זײַן.

 

זאָגט מיר, ווּו איז די שטוב, זאָגט נאָר וווּ און איך לויף

גיט מיר אָּפ די קליינע סוכּה, וואָס איז געשטאַנען אין לעמבערג אויף באָימאָוו אין הויף.

 

 

,30.9.1936  הײַנט

 

 


 
Site Design by Twam