YiddishPoetry.org

Anthology of Yiddish Poetry
of Poland between the two
World Wars (1918 - 1939)

אַנטאָלאָגיע פון דער ײִדישער פּאָעזיע
אין פּוילן צווישן ביידע וועלט מלחמות
(1918 - 1939)

 
 
  Home  |  Index of Poets  |  About  |  Translators  |  Acknowledgments  |  Links  |  Contact Us  
 
 
  Home > Moyshe Shimel > oyf a hiltserner bank    

  Click for translation: English  French  
 

     

דרײַ לידער (1932)

מײַן ערשט ליד אויף ייִדיש

די אַלטע גוטע ווערטער פֿון מײַן מאַמען

האָב איך מיט גרויסער פֿרייד אין מיר דערקענט ‒

דאָס ערשטע ייִדישע ליד מײַנס פֿלעכט איך איצט צוזאַמען

מיט פֿיבער אין די אויגן און מיט ציטערנדיקע הענט.

 

===============================

 

דער גוייִשער דעמב

 

 עס  שאָקלט זיך  דער דעמב, דער גוייִשער, און רעדט

צו מיר, צו מיר דעם ייִדישן פּאָעט  

און ס׳וואַקסט מײַן פֿרייד און ס׳וויאַנעט אומעט מײַנער,

ווען מיט מײַן ייִדיש וואָרט כ׳באֵצווינג די ביימער!

 

 

ווי נאָענט ווערט אַלץ, ווי טײַער ווערט מיר יעדער קלאַנג!

 

 דיר, פֿאָלק אויף גאַסן רוישיקע  מײַן דאַנק!

 פֿון דיינע טריבע טעג און אומרוּיִקע רייד

 האָב איך מײַן שּפראַך הײַנט, האָב איך הײַנט מײַן פֿרייד.

 

און פֿול מיט זון איז מײַן געמיט,

ווײל אויף גוייִש זינג  איך איצט מײַן ליד.

===============================

 

מײַן סלאַווישער סאָלאָוויי

און אָט בין איך הײַנט פֿון מײַן סלאַווישן גאָרטן אַרויס,

און כ׳שפּאַן איבער גאַסן, די ברוסט קעגן ווינטן אַנטבלויזט.

 

איז גוט, ווען לבֿנה זיך קײַקלט פֿון דאַך איצט צו דאַך,

און איך קען איר נאָכשרײַען הילכיק אויף אייגענער, ייִדישער שּפראַך.

 

נאָר כ׳בלײַב נאָך צומאָל אין דער ליכטיקער שטילקייט שטום שטיין:

ווער רופֿט עס פֿון ווײַטן און לאָזט מיך איצט ווײַטער נישט גיין?

 

עס רײַסט זיך פֿון גאָרטן, וואָס ווײַט איז, זיסער געשריי

דאָס רופֿט מיך צוריק איצט מײַן  סלאַווישער נאַכט־סאָלאָוויי.

 

נאָר ס׳בלאַנקט פֿאַר די אויגן מיר זאַנפֿט מַײן לבֿנהדיקער וועג

אויף צוריק אַ פֿאַרקוקטער כ׳גיי לאַנגזאַם און טרויעריק אַוועק.

 

==================================

ליטעראַרישע בלעטער ,1932 נומ׳ ,25 ז. 395

 

 


 
Site Design by Twam