שפּעטער שאַר איך ווידער זיך צום סאָד אַרויס ,
ווען זיך שטערן סדרן אין אַ וואָגן אויס ,
וויל איך מיט מזלות אויסגעשטעלטע שרעג
שבתדיק פֿאַרפֿאָרן אויפֿן מילעכוועג .
איין מאָל טיף פֿאַר צייַטנס פֿאַר טויזנטער יאָר
בין איך שוין געוועזן אויבן דאָרט , פֿאַר וואָר ,
ווען דאָס יידִן –מערונג גאָט , דער גרויסער גאָט ,
פֿאַר אַבֿרהמס אויגן אויסגעשטערנט האָט ...
גאָטס נשמה –אוצר אין שטערן –געשטאַלט
האָט פֿון טונק 'לע הימלען שטיל אַרייַנגעשטראַלט
אין אַ שיינער דופֿטיקער כּנען –נאַכט
און צום עלטער –פֿאָטער מילד אַראָפּגעלאַכט
גינגאָלדבלימלעך פֿון אַ ווייַטער הויכער גערטנערייַ ,
איך אַ קליינטשיקע צווישן זיי ...
וואָס אַ מאָל געוועזן , וועט שוין מער נישט זייַן ,
ס'קומט אַ צייַט , ווען כ'פֿיל אַ גרויסע בענקשאַפֿטספּייַן ,
שאַר איך שטיל אַרויס זיך פֿון מייַן טאַטנס הויז ,
ווען זיך שטערן סדרן אין אַ וואָגן אויס ,
און צום הימל בליק איך בענקלעך און פֿאַרטרויט ,
כ 'וויל אַרויף זיך כאַפּן אויף דער שטערנבויד !