ווי איך זיץ אַזוי פֿאַרוואָלקנט
און פֿון דלות מיד ,
האָט זיך מיר פֿאַרגלוסט צו שאַפֿן
פֿון דער נויט אַ ליד .
שווער איז ס'העמד אויף מיר פֿאַר דאגות ,
מ'דאַרף דאָך וואַשן וועש ,
ס'פֿאַלט די וועב אַרייַן אין געלקייט ,
נאָ 'נט שוין באַלד צו מעש .
אייַנגעבויגן ווערט דער רוקן ,
ס'דריקט ווי אַ פּרעס די זאָרג :
צי נאָר וועט מיר דער געוועלבער
געבן זייף אויף באָרג .
ניין , ער האָט מיר נישט געגעבן !
געווען ווי קראָכמאַל שטייַף !
בלויז פֿאַר שוואַרץ –באַחנטע אויגן
גיט ער נישט קיין זייף .
און פֿון וועש פֿון ווייַסער , פֿרישער
בין איך אָפּגעפֿרעמדט ,
כאָטש געוואָלט האָט ס'לייַב מייַנס זינגען
ס'ליד פֿון ריינעם העמד .