פון  טגפיגורן (1930)

 

 

טאָג־פֿיגור

 

אַ גראָער רעכטעק.

אַ צװײטער. אַ דריטער.

זיבן מאָל עפנט זיך דער בלעך-רעכטעק.

 

געלע זון. רױטע זון.

פון אײן זײט, פון דער צװײטער זײט׃

אַ טאָג-רעכטעק האָט זיך געשלאָסן.

 

גראָע פײגל פון בלעך שװימען.

קלעצער פון װײכן טײג מיט צװײ הענט און צװײ פיס

קײקלען זיך אין גראָען לײם פון ליכט.

פיר מאָל אין טאָג.

געלע זון פון אײן זײט רעכטעק, פון דער צװײטער.

 

אַן ערשטער חודש פון שטײף בלעכערנע בלומען,

דער צװײטער, דער דריטער חודש

פון קלעביק-בלעכערנע בלומען, הענט און קלײדער.

 

װיפיל מאָל שױן האָט זיך אױפגעטון

װיפיל מאָל זיך געשלאָסן

דער בלעכענער רעכטעק

מיט דעם געלן זונקרײזל פון צװײ זײטן.

 

 

 

קװערשניט

 

פיל טעג זענען שױן געװען אין דער גלאָז-קױל.

פיל זונען, פון צװײ זײטן,

פיל דעמערונגען, צװײ מאָל טעגלעך.

 

דער טאָג איז אַ רעכטעקיקער קלומפּ.

זיבן מאָל דער בלאָק מיט צװײ זונען

הײסט אַ װאָך.

 

זיבן מאָל׃ אַ געל ליכט. אַ בלאָ ליכט.

זיבן מאָל׃ אַ געלע זון. אַ װײסע זון.

מען צײלט טעג אומפאַרברױכטע.

 

און װידער צײלט מען׃

אַ צװײטע װאָך, אַ דריטע, אַ פערטע.

אַ בלאָק מיט דרײסיק זונען׃ אַ חודש.

 

דרײ חדשים פון בלאָע הימלען און קלעביקע שפּראָצן

דרײ חדשים פֿון געלע מעטאַלענע בלומען, פײגל, קלײדער

און דרײ אין װעלכע ס'איז אַלץ גלײך

און דרײ מיט טעג פלאַך-פּאַפּירענע װי די װײסקײט.

 

און ס'קומט גאָרנישט.

װיפיל מאָל זענען שױן אױפגעגאַנגען קלעביקע שפּראָצן

װיפיל מאָל זענען געקומען טעג פּאַפּירענע פון װײסקאָליר.

 

 

 

װײסע פירעקן

 

װאָכן פון װײסן קאָליר.

דרײ חדשים מיט װײסע טאָג-פירעקן.

אַלע יאָר קומען יענע דרײ חדשים

מיט זיבן געצײלטע טעג אין אַ װאָך.

 

יעדן טאָג איז גראָ דער שנײ-שטאָף, פון גראָען הימל.

די זונען זענען רױט׃ רױטע לבנות.

יעדער טאָג איז אַ פירעק מיט אַ בלאָען קאַנט פון אַ נאַכט.

 

זיבן מאָל אין דער װאָך

איז װײס דער טאָג, די רױטע זון, אַלע לײבער.

די גאַסן שטײען אָן לענג.

אין ערשטער גאַס שטײט אַ װײס הױז,

אין צװײטער גאַס שטײן אײנס, צװײ, דרײ,

װײסע הײזער, גראָע הײזער׃

שװערע און לײכטע לײבער. קאַלטע לײבער

 

זיבן מאָל קומט דער טאָג-פירעק.

װידער פרעגט מען

צום זיבעטן מאָל פרעגט מען:

צי װאָס פיס הײבן, הענט הײבן.

 

 

שטיל-לעבן אין גלאָז

 

צװישן צװײ װײס-גראָע, בײכיקע װעלט-שאָלן

פון דער גלעזערנער רױם-פרוכט

הענגט פאַרקרומט דער װײסער פּאַפּיר-קערן

פון אַ שטײפער, אַ קאַנטיקער זון.

 

אַלע טאָג ליגט דער װײסער קערן אין דעם גלאָז-פלײש,

קרײזן לײבער מיט פּנימער װי קילע פלאַכע שױבן,

און גלעזערנע פײגל קומען און גײען, װי גלײכע, קלומפּיקע טעג.

ערשטע דערמערונק. צװײטע דעמערונק.

 

ביז עס פֿאַלט אַרױס פון די גלעזערנע קערפּער-באַהעלטערס

אַ פאַרבלאָזער פלאַכער רעכטעק פון אַ קלאַנג׃

װי אַ לאַנגער זיפץ פון גלאָז-שערבן.

 

איצט קלינגען אַלע באַגעגענישן מאָנאָטאָניש׃

װי אַ קױל פֿון פאַרבלאָזן גלאָז,

װי אַ פלאַכע שױב פון װאַסעריקן גלאָז.

 

װי דער לאַנגער זיפץ פֿון קילן גלאָז.

 

 

===============================================