לעגענדע פון זילבער

 

זילבער איז אַ רעזיגנירטער מעטאַל

זילבער איז מילד און אָפּזײטיק

און װי פּערלגראָע מידע פאַרנאַכטן.

 

זילבער איז מילד און אָפּזײטיק

און דעריבער אומעטיק זײער

װי עמיצער װאָס גלױבט שױן נישט אין גאָרנישט

און איז טאָמיד פון לעבן דערװײטערט.

 

און דעריבער האָט זיך מיט זילבער נישט גערעכנט

אױך די װעלט-װירטשאַפֿט נײנצנהונדערט דרײ און דרײסיק.

 

אָבער מענטשן קאָנען נישט לעבן אָן געלט

װאָס קױפט און בײט און פאַרקױפט

די זיסע נוצלאַכקײט פון אונדזער לעבן.

 

אױסגעביטן דאָס לעבן אױף שטאָפן, –

אױף קלײדער, אױף שיך, אױף קאַרטאָפעל

דורך דעם געלט

װער װיל אונדזער לעבן אָן געלט?

 

אױפן ערשטן אָרט שטײט דאָס גאָלד׃

און װאָס נאָך פאַר אַ מעטאַל אַזױ װאַרעם

אַזױ צוגעבונדן צום לעבן?

אױפן צװײטן אָרט שטײט זילבער

זילבער איז אַ גלײכגילטיקער שטאָף.

 

אָבער דאָס שטאָלצע גאָלד איז געװען צו װײניק

און מער באַגער איז געװען אין דער װעלט

אײדער רױטער װאַרעמער גאָלד־מעטאַל.

דעמאָלט האָט אױך זילבער דערלעבט

זײן שטאָלצע און גראָטעסקע לעגענדע.

אַ שטיק זילבער פאַר לעבן אַ שטיק,

אַ שטיק לעבן װערט נױטיק פאַר זילבער,

זאַכן באַקומען גױרל אַדאַנק זילבער.

 

װען פינאַנצפּאָטענטאַטן,

און גרױסע קאָנצערנען, נאַפט־גרובן, פאַבריקן

פון פאָרדס, דעמערדינגס און קרױגערס

גיבן בלױז אַ װאונק מיט אַ װאונטש.

 

דעמאָלט קען אַפֿילע זילבער

דער בלאַסער, אָפּזײטיקער מעטאַל־גוף

פאַרפּלאָנטערן די װעלט אין גױראָלױס

אין דעם זשאַנר פון אַ נײער לעגענדע.

====================================

"אין זיך", 1935, זז 196-7.