| |
|
|
ס‘טאָגט מיט שניי די נאַכט, האָט בלוילעך זיך צעזונט.
דורך בלינדע גאַסן לויפֿט אַ טראַם אַ שפּעטער,
וויל אויסגיין אין רעמיזע ווי אַן אַלטער הונט.
עלעקטריע בלוטיקט נאַקעט אויף זייַנע פּוסטע בענק.
אויסגעלאָפֿן איז ער אומעטום — אַ סוף !
אַ גאַס–לאַמטערן שטעקט פֿון שניי אַרויס איר האַלדז,
אַ האַלדז ווי פֿון אַ נישט–דערקוילעט עוף.
אַ לעצטער טראַם לויפֿט שטאַרבן…
און מיט אַ מאָל —
איבער בלוילעכער, בלינדלעכער נאַכטזון דעם שנייס
הימלט די וועלטפֿרוי אויף.
ס‘פּנים ? ווער ווייס !
פֿאַרלוירן אין שניי !
נאָר הייס
און פֿול מיט רחמנות גיט זי אַ שימער
איבער דעם טראַם, וואָס שטאַרבן לויפֿט ער,
דער מויד אונטערן טוך, דער בלאַסער, נישט–געקויפֿטער,
און איבער מיר,
דעם לעצטן זון פֿון מקובלים. |
|