װאַרשע ערב מײַן אָפּפאָר
דאָס אַלץ װאָס דו פאַרמאָגסט און װאָס דו זעסט
װעט באַלד אַ װיסטער פינצטערניש פאַרװיקלען.
דיר זאָגט אַזױ אַ קול, נאָר דו פאַרגעסט.
דו גײסט אױף זיצונגען, דו שרײַבסט אַרטיקלען,
און אָפטמאָל שטופּט דער נאַר דיך: גײ און דרש'ע.
פילסט יאָ און נישט װי לעצטיק עס מעת-לעת'ט
די שטאָט. אָ קוק: עס קומען מאָדנע געסט ─
שטומע פאַנטאָמען שפּאַנען איבער װאַרשע.
-----------------------------------------------------
לידער פון חורבן און לידער פון גלױבן (א), (1967) , ז.19..