Anthology of Yiddish Poetry
of Poland between the two
World Wars (1918 - 1939)

אַנטאָלאָגיע פון דער ײִדישער פּאָעזיע
אין פּוילן צווישן ביידע וועלט מלחמות
(1918 - 1939)

 
 
  Home  |  Index of Poets  |  About  |  Translators  |  Acknowledgments  |  Links  |  Contact Us  
 
 
  Home > Index > Aaron Zeitlin > Taava    

  Click for translation: English    

     
תּאווה

I
ווען די נאַכט שעכט אויס אין צאָרן
שטראַלן, צאַפּלענדיקע טויבן,
לאָזט אַראָפּ די שוואַרצע שטאָרן
איבער מערבֿס רויטע שויבן, —
קומט פֿון אָפּגרונט מיט געזאַנגען,
בליט, צעבליט זיך און ווערט צייַטיק
אַלץ, וואָס יונג איז עס פֿאַרגאַנגען,
אַלץ, וואָס אָפּגעוועלקט פֿריצייַטיק.
וואָס דער טויט האָט זיך גענומען,
וואָס דער קבֿר האָט באַהאַלטן —
בליט אין וווּנדערלעכע בלומען,
זינגט פֿון לעכער און פֿון שפּאַלטן,
און צעוויגטע ווי אין פֿיבער,
און מטושטש ווי די פֿלעקן,
קומען גייַסטער פֿון די גריבער,
ערד און הימל צו פֿאַרדעקן.
נאַקעט קומען זיי צו שווימען —
און זיי וואַרפֿן זיך און צאַפּלען ;
אַלע זינגען זיי אָן שטימען
און זיי קוקן אָן שוואַרצאַפּלען.
דורשטיק ציען זיי די העלדזער
צו די בליענדיקע שטערן,
האַלדזן קוימענס, קושן העלצער
מיט אַ ווילדקייט פֿון באַגערן.
ס‘ציט זיי דורשטיקייט פֿאַרשייַטע
פֿון די לעכער און די שפּאַלטן
צו די הויכע, צו די ווייַטע,
אייביק ווייַבלעכע געשטאַלטן.
ס‘גראָבט די תּאווה, די היענע,
נאַכט בייַ נאַכט זיי פֿון די קבֿרים,
רופֿט פֿון וואָרעמס גרינעם אָרעם
צו דער געטלעכער העלענע.

II
און צום אַלטן מייַסטער שׂטן
ברומען אַלע ווי די חיות :
„ס‘איז אונדז ס‘לעבן נישט געראָטן —
זייַ געשטאָרבענע מפֿייס !
ס‘איז אונדז ס‘שטאַרבן נישט געראָטן —
פֿרי פֿאַרשאָטן די געביינען !
הער געוויינען, מייַסטער שטן,
הער געברומען און געוויינען !“
און דער שׂטן טוט זיך מיען
און, מיט כּישוף זיי צו נאַרן,
קומט העלענע שנעל צו פֿליען,
קומט דער שענסטער פֿון קאָשמאַרן.
איר פֿאַרפֿירבילד אין דער פֿינצטער
פֿלייצט מיט שמייכל כּשר–טרייפֿן,
און דער לאָרבערקראַנץ דער גרינסטער
צירט די בלאַנקסטע פֿון די שלייפֿן.
נאַכט און כּישוף — ווייַט אַרום איר
אין דער לופֿטן ברענט מיט סוטה,
און ווי קעץ אין נעכט פֿון זומער
קרעכצן תּאווהדיק די טויטע…
 
 


 
Site Design by Twam
 
YiddishPoetry.org