|
|
|
עס מאַכן זיך סוף זומער בייזע רעגנס,
וואָס זינגען שלעכטס די מויערן, די זקנים,
דעם זונענדיסק דעם קאַלטן און דעם קליינעם,
דעם פֿערד, וואָס קניט אין בלאָטע אונטער וועגנס.
דו הערסט אין זיי ווידוים פֿון אַ רשע,
דעם פֿייַף פֿון מייַז דערשראָקענע אין חצותן,
דאָס לעצטגעשריי פֿון דעם, וואָס ווערט דערשאָסן,
און גוואַלד–קולות פֿון ים און פֿון יבשה.
פֿון גאָרנישטוועלט פֿאַרבלאָנדזשעטע כּלי–זמרים,
מיט פֿיבערפֿידלען ציט‘ריקע אין אָרעם,
ווי קינסטלער קראַנק — און גרויזאַם ווי פֿאַרברעכער ;
אַזוי גייט דורך די ווילדע חבֿרה רעגנס,
שלאָגט קאָפּ אָן קאַלטע קוימענס אויף די דעכער
און פֿידלט אָפּ דעם זומער אַ געזעגנס. |
|