Anthology of Yiddish Poetry
of Poland between the two
World Wars (1918 - 1939)

אַנטאָלאָגיע פון דער ײִדישער פּאָעזיע
אין פּוילן צווישן ביידע וועלט מלחמות
(1918 - 1939)

 
 
  Home  |  Index of Poets  |  About  |  Translators  |  Acknowledgments  |  Links  |  Contact Us  
 
 
  Home > Index > Aaron Zeitlin > Pastoral    

  Click for translation: English    

     
פּאַסטאָראַל

אין פֿעלד איז זי געגאַנגען,
און ס‘האָבן זיבן זאַנגען
פֿאַר איר געקניט.
און ווי זי איז געגאַנגען —
זענען זיבן געזאַנגען
געווען אין אירע טריט.

די זון איז געהאַנגען
ווי אַ פֿויגל, געפֿאַנגען
אין אַ שטייַג, וואָס גליט.
און ווי זי איז געגאַנגען —
האָבן זיבן זאַנגען
זיך פֿאַרבענקט נאָך שניט.

און ווי זי איז געגאַנגען —
האָבן זיבן פֿאַרלאַנגען
דערלאַנגען נישט געקאָנט,
נישט געקאָנט זי דערלאַנגען,
און פֿלאַטערדיק געהאַנגען
בייַם האָריזאָנט.

און ווי זי איז געגאַנגען —
איז מייַן אויג געגאַנגען,
געגאַנגען נאָך איר פֿוס.
ווען ס‘פֿעלד האָט זי פֿאַרשלונגען,
האָט לאַנג אין מיר געקלונגען
פֿון בועז און פֿון רות.

און ס‘פֿרעגן אַלע וועגן,
פֿאַר וואָס איך בין אַנטקעגן,
אַנטקעגן נישט אַרויס,
ס‘געשטאַלט פֿון די געשטאַלטן
אין גאַנג צו פֿאַרהאַלטן
און ברענגען אין מייַן הויז.

ס‘געשטאַלט פֿון די געשטאַלטן
אין גאַנג צו פֿאַרהאַלטן,
באַפֿעלן : נישט פֿאַרשווינד !
און מיט איר געבוירן,
און מיט איר געשטאַלטן
דאָס הייליקע קינד.
 
 


 
Site Design by Twam
 
YiddishPoetry.org