Anthology of Yiddish Poetry
of Poland between the two
World Wars (1918 - 1939)

אַנטאָלאָגיע פון דער ײִדישער פּאָעזיע
אין פּוילן צווישן ביידע וועלט מלחמות
(1918 - 1939)

 
 
  Home  |  Index of Poets  |  About  |  Translators  |  Acknowledgments  |  Links  |  Contact Us  
 
 
  Home > Index > Aaron Zeitlin > Oytoportret    

  Click for translation: English    

     

אויטאָפּאָרטרעט

ווען ס‘שטעלט זיך קילער, פֿאַרביקער, גויישער זונטיק,
זיצן ביידע — וואַלענטי, דער וועכטער פֿון מייַן הויף,
און זייַן געפּאַקטע, רויטמויליק–חזירעוואַטע באַבע,
פּלייצע–צו–פּלייצע אויף אַ הילצערן בענקל.
ביידע קוקן אָפּ אַ גאַנצן זונטיק נאָך מיטאָג —
און ס‘ווערט זיי נישט נימאס : זיי זענען רעאַליסטן.

וואָס זיי טוען ? זיי גלאָצן. זיי שווייַגן און רוען.
קוקן אויף הינט, אויף אַ קינד מיט אַ בייגל,
אויף רויך, אויף קבצנישע שטאָטישע פֿייגל,
אויף שטיקלעך וואָלקנס, וואָס שטעלן אויס
גלעזערנע היטלען, כאָטש וואַרף אַרייַן מטבעות,
אויף קנעפּלעך אין זאַמד און אַ ראַבין אין פּאות.

און ווען איך, קבלהניק און צייַטונגמאַן צו גלייַך,
איך, אַנגסטיקע און אַנונגדיקע סתּירה,
(מיט וואָס בין איך בעסער פֿאַר מייַן פֿאָלק, דעם רעפּאָרטער,
וואָס זייַן בלוטיקע טרער
איז צו גלייַך רעפּאָרטאַזש און אָפּגלאַנץ פֿון אַ ספֿירה ) —
ווען כ‘לויף זונטיק אַהיים, האַלב אָדלער, האַלב וואָרעם,
מיט אַ פּעקל צייַטונגען אונטערן אָרעם,
מיט שׂינאה צו מייַן טאָג, מיט פֿאַרפּייַניקטן בלוט
און מיט פֿאַרשטאַרטן וואַרטן אויף אַ קרישטאָלענער מינוט, —
טרעף איך פֿאַרן טויער דעם סטרוזש וואַלענטי מיטן ווייַב,
ווי זיי זיצן און קוקן אין אַ האַלבן וואַכן
און האָבן הנאה פֿון באַשטעטיקן זאַכן.

איך וואַרף אויף זיי אַ בליק פֿון ביטול און פֿון קינאה
און גיב אויף גיך אַ קלער, אַז איך וואָלט עס נישט געקאָנט,
אין קיין שום גילגול נישט געקאָנט,
איך, אַהרן, וווּלגאָ : אָרליק, פּאַראַדאָקס פֿון דער ליבער שכינה,
זינלעך–אַבסטראַקטער, אידעאָ–פּלאַסטישער סעקטאַנט,
דער, וואָס שרייַבט נישט פֿאַר קיינס און פֿאַר קיינעם זייַן פֿערז,
נישט אַפֿילו לכּבֿוד דער שמייליקער קונסט,
נאָר אין שטרענגער דינסט
פֿון אייגענעם באַפֿעלערישן גאָט,
איך, אייניקל פֿון מקובלים.
און בייַ נאַכט —
בייַ נאַכט גייט מיר אויף אין חלום דער שייַנענדיקער כּתר,
און ער בויגט זיך אַ פֿאַרטראַכטער צו די ליפּן פֿון מלכות,
און משה קאָרדאָוועראָ קומט און זינגט צו הויכער מוטער,
אין רויטער טראַכט גייט פֿראַנק מיט אַוואַטשאַן דער שיינער
ביז מייַנס אַן עלטער–זיידע, דער חזן פֿון ליבאַוויטש,
צעזינגט זיך אין אַ כּל–נדרי פֿון פֿאַר דורות צוריק,
און ס‘ענדיקט זיך אַלץ פֿאַר דער הייל פֿון בעל–שם,
צווישן טאַנצנדיקע אותיות צוויי און זיבעציק פֿון שם
און צווישן מלאָכים, וואָס רייַטן אויף הויכע ווענט,
האַלטן שופֿרות צום מויל און בלאָזן אויס דעם קץ…

אין אַ וואָך אַרום איז ווידער זונטיק, זונטיק,
און ווידער זיצן זיי, מייַן סטרוזש מיט זייַן געפּאָקטער ווייַב,
פּלייצע–צו–פּלייצע אויף אַ הילצערן בענקל,
באַגלאָצן דאָס פֿאַראַנענע מיט אייגעלעך גראָע —
און האָבן הנאה.

 
 


 
Site Design by Twam
 
YiddishPoetry.org