Anthology of Yiddish Poetry
of Poland between the two
World Wars (1918 - 1939)

אַנטאָלאָגיע פון דער ײִדישער פּאָעזיע
אין פּוילן צווישן ביידע וועלט מלחמות
(1918 - 1939)

 
 
  Home  |  Index of Poets  |  About  |  Translators  |  Acknowledgments  |  Links  |  Contact Us  
 
 
  Home > Index > Aaron Zeitlin > Al-Koranish    

       

     
אַלקאָראַניש

די נאַכט על–קאַדר — עס גייט אין איר
נישט טרויער אָן, נישט האַס,
ביז מאָרגנרויט איז פֿרייד אין איר
יקייט אַלאַהס. C און רו
אין יענער נאַכט האָט אויפֿגעגליט
אַ ליכטפֿולער קאָראַן,
מייַן רויז האָט דעמאָלט אויפֿגעבליט,
באַגאָסן פֿון גאָטס קאַן.
געשיקט האָט ער זייַן שׂר צו מיר,
צום קנעכט זייַנעם מאַכמעד,
און גלייַך האָט זיך דאָס האַרץ אין מיר
אויף נבֿיא–שפּראַך צערעדט…

די נאַכט על–קאַדר — עס גייט אין איר
נישט טרויער אָן, נישט האַס,
ביז מאָרגנרויט איז פֿרייד אין איר
יקייט אַלאַהס. C און רו
דעם שׂטנס ווערטער שטומען דאַן,
עס ווייַכן זייַנע דזשין ;
מייַן גאָטס מלאָכים קומען דאַן
צו אָדמס בעסטע זין.
זיי קומען און זיי נידערן, —
זאָל זייַן אַלאַה געלויבט,—
מיט הימלען צו פֿאַרברידערן
דאָס מענטשנקינד, וואָס גלויבט !
 
 


 
Site Design by Twam
 
YiddishPoetry.org