| |
|
|
דורך אַ פֿענצטער אַ פֿינצטערלעך בלאָען,
אַ מיט בלינדלעכער בלאָקייט פֿאַרשטעלטן,
קוקט אַ שיינע משוגענע פֿרוי
אויף אַ פּערל–געשלידער פֿון וועלטן,
וועלכע דעמערן ריטמיש פֿאַרבייַ.
די דעמערונג ציט זיך און ציט,
דאָס פֿענצטער ווערט בלאָער און גרעסער
פֿון מינוט צו מינוט — און די פֿרוי זינגט אַ ליד,
וואָס בלאַנקט אין דער בלאָקייט אַרייַן ווי אַ מעסער,
די שיינע משוגענע פֿרוי.
דאָס פֿענצטער איז גרויס, גוואַלדיק גרויס און פֿאַרמאַכט.
ס‘איז טאָג נישטאָ,
ס‘וויל נישט ווערן נאַכט.
די דעמערונג ציט זיך און ציט ——
און די דולע, די הערלעכע פֿרוי
זינגט אייביק איר ליד,
זינגט אייביק דאָס אייגענע ליד פֿון דאָס נייַ
צו די וועלטן, וואָס ציען פֿאַרבייַ. |
|