Anthology of Yiddish Poetry
of Poland between the two
World Wars (1918 - 1939)

אַנטאָלאָגיע פון דער ײִדישער פּאָעזיע
אין פּוילן צווישן ביידע וועלט מלחמות
(1918 - 1939)

 
 
  Home  |  Index of Poets  |  About  |  Translators  |  Acknowledgments  |  Links  |  Contact Us  
 
 
  Home > Index > Aaron Zeitlin > On Levush    

  Click for translation: English | French    

     
אָן לבֿוש

פֿאַרנאַכטצייַט עפֿן מיר די קוואַלן
פֿון ריינער רו,
און לייג דייַן האַנט מיר אויפֿן אַקסל,
און זאָג מיר : „דו“…

און רעד קיין וואָרט נישט מער ! דאָס איינע,
דאָס קליינע וואָרט
זאָל צווישן ביידן אונדז די בריק זייַן —
און דער אַקאָרד.

און קוש מייַן נאַקעטע נשמה,
און זאָל דער קוש, —
ווי אַלץ, וואָס הייליק, ווי טויט, ווי אומשולד, —
זייַן אָן לבֿוש…
 
 


 
Site Design by Twam
 
YiddishPoetry.org