| |
|
|
מיט מחנות מתים בין איך פֿול,
ווי בייַ נאַכט אַן אַלטע שול,
און יעדער מת — צו זייַן בית–עלמין ציט ער :
„בלייכער ! בלייכער !
אויף מייַן בית–עלמין שלאָפֿט זיך בעסער,
דאָרט איז די קרקע ווייכער“ — — —
זיי רופֿן, זיי רופֿן —
און וואַקלדיק שטייט צווישן זיי מייַן נשמה,
ווי בגילופֿין…
באַלד קומט דער טויט און קרייט
און מייַן נאַכט פֿאַרגייט,
אין קבֿר פֿאַרקריכן
די מתים אין גיכן
און נעמען מיך מיט…
די זון וועט אויסברענען די טריט — — — |
|