Anthology of Yiddish Poetry
of Poland between the two
World Wars (1918 - 1939)

אַנטאָלאָגיע פון דער ײִדישער פּאָעזיע
אין פּוילן צווישן ביידע וועלט מלחמות
(1918 - 1939)

 
 
  Home  |  Index of Poets  |  About  |  Translators  |  Acknowledgments  |  Links  |  Contact Us  
 
 
  Home > Index > Aaron Zeitlin > Froy    

     
 

     
פֿרוי

פֿון דער פֿרוי נישט לאַכט
און פֿון איר נאַכט דער בלינדער :
עס טרייַבט זי אַ מאַכט,
וואָס וויל פֿורעמען קינדער.

אַזוי האָט דאָס געדאַכט
דאָס האַרץ פֿון אוניווערס :
יעדער פֿרוי — איר נאַכט,
יעדן דיכטער — זייַן פֿערז.

אַזוי איז דאָס געוואָלט,
אַזוי איז דאָס געדאַכט :
יעדן גאָלדשמיד — זייַן גאָלד,
יעדער פֿרוי — איר נאַכט.
 
 


 
Site Design by Twam
 
YiddishPoetry.org