| |
|
|
נישט געטרוי, נישט געטרוי
דער פּאָעזיע, פּאָעט !
זי איז פרוי, אייביק פֿרוי,
און פֿאַרראַט איז איר גלעט.
ערשט פֿון שלאָף אַז זי רעדט —
כאַפּט צו מאָל זיך אַרויס
איר געהיימער סעקרעט,
טיפֿסטער אמת דער פֿרויס.
אויף דער וואָר, אויף דער וואַך
איז איר אמת אָן וואָג.
ליגן זאָגט דיר איר שפּראַך :
ס‘לייַגן פֿרויען בייַ טאָג.
אירע רייד נישט געטרוי,
זי איז דייַן און נישט דייַן.
ווילסט זי האָבן, די פֿרוי, —
גיי און שלעפֿער זי אייַן ! |
|