Anthology of Yiddish Poetry
of Poland between the two
World Wars (1918 - 1939)

אַנטאָלאָגיע פון דער ײִדישער פּאָעזיע
אין פּוילן צווישן ביידע וועלט מלחמות
(1918 - 1939)

 
 
  Home  |  Index of Poets  |  About  |  Translators  |  Acknowledgments  |  Links  |  Contact Us  
 
 
  Home > Index > Aaron Zeitlin > Baymer    

     
 

     

ביימער

ביימער נאַקעט–דאַרע, ביימער פֿון פֿאַר פֿרילינג,
הויך און פֿול באַגערן, ווי אַ פֿרוי פֿון האַרעם !
רערנדיק צעשויבערט שטייט איר, ווי מנורות,
ענלעך צו אַ מענטשנס תּאווהדיקע הוריות
ווען די נאַכט פֿון זומער מאַכט דאָס בלוט אים וואַרעם.

וועלכער ווילדער מאָלער האָט דאָס נישט דערמאָלט אייַך,
אייַך דעם גוף געלאָזן שטיין אַ נישט באקליידטן ?
וועמענס מידער כּישוף קייט דאָס אייַך די גלידער ?
ווער האָט דאָס, ווי פֿערזן פֿון פֿאַרקלערטע לידער,
אויסגעשטעלט אייַך — שטילער איינער פֿאַרן צווייטן ?

איר דערמאָנט צירופֿים, איר דערמאָנט קבלה
און פּיטאַגאָרייש–ריטמיש–טיפֿע צאָלן !
פֿרום ווי די נזירים קוקט איר אויס אַ גילוי,
דאָרשטיק ווי די קעמלען וואַרט איר אויף אַ תּפֿילה —
און די צווייַגן הייבט איר, גלייַך ווי פּוסטע שאָלן.

טונקל, ווי אַ נבֿיאס טרוימען אין דער מידבר,
ווען די טויען רעדן און די שטערן יוירן,
שטעלט איר אויס די שאָלן קעגן הימלען ווייַטע,
הימלען פֿון פֿאַר פֿרילינג, הימלען ערשט באַנייַטע,
און איר ווייסט אַליין נישט, ווער ס‘האָט אייַך געבוירן…

 
 


 
Site Design by Twam
 
YiddishPoetry.org